כ'בין ניט אױף אײַער רוף געגאַנגען

כ'בין ניט אױף אײַער רוף געגאַנגען
איך קום צו אײַך מיט זיבן װעגן
איך פֿאַל אױף אײַך, װי טױ אױף זאַנגען
און װי אױף טרוקן גראָז דער רעגן.

 

אומזיסט האָט איר גערױשט, געליאַרעמט
און מיך באַגעגנט מיט געזאַנג:
איך האָב פֿאַר אײַך אַ טױב געװאַרעמט,
און אױסגעפּיקט האָט זיך – אַ שלאַנג.

 

און זעט: מיך רירט ניט אײַער שאַלן,
און אײַער הילכעקער גערוס
ליגט טױט צו מײַנע פֿיס געפֿאַלן
און איך צעטרעט אים מיט דעם פֿוס.

 

פֿון אײַער אױסגעלאָשן אױג
בין איך דער לעצטער שװאַצער בליץ,
פֿון אײַערע פֿאַרקלעמטע צײן –
דער לעצטער צאָרנדיקסטער קריץ.

 

און רעד איך – מוזן הימלען שטומען,
די ערד באַװעגט זיך ניט פֿון אָרט;
די שטײנער קײַקלען זיך און קומען
און שלינגען דאָרשטיק גאָטס אַ װאָרט.

 

1904

כתיבת תגובה