איך װעל אײַך דערצײלן די גרױסע װוּנדער

איך װעל אײַך דערצײלן די גרױסע װוּנדער
פֿון דעם אַלטן רבין,
איר מעגט דאָס הערן יעדערער באַזונדער
װאָס סע קען נאָר געבן.
מיר האָט דאָס בסוד מגלה געװען
ר' יוסעלע דער גבאי, ר' יוסעלע אַלײן.
דער עולם שמועסט אױף אים אַפֿילו
אַז ער איז אַ ליגנער אַ גרױסער
און דערצו אַ שיכּור מחילה,
אָבער אױך אַ חסיד אַ הײסער.
און מיר האָט דאָס בסוד נגלה געװען
ר' יוסעלע דער שיכּור, ר' יוסעלע אַלײן.

דער ערשטער מופֿת האָט זיך געטראָפֿן
אום שבת פרשה מצורע.
פֿון דער גאַנצער שטאָט איז מען זיך צונױפֿגעלאָפֿן
הערן זײַן הײליקע תּורה.
דער רבי האָט געברומט און טאַבאַקע געשמעקט,
דער עולם האָט געהערט און די פֿינגער געלעקט.

זאָל איך אַזױ װיסן אַל דאָס שלעכטס,
װי איך האָב אײן װאָרט פֿאַרשטאַנען.
פּלוצעם האָט דער רבי געגעבן אַ קרעכץ
און פֿונעם אָרט אױפֿגעשטאַנען.
דער עולם האָט געקוקט און ניט געקענט פֿאַרשטײן
װאָס קען דאַס באַדײַטן, װאָס קען דאַ געשען.
פּלוצעם האָט דער רבי אַרױסגענומען
די רױטע פֿאַטשײלע פֿון טאַש,
און האָט אָנגעהױבן מיט דער נאָז דרײען און קרומען
און אַ ניס געטאָן מיט גרױס קוראַזש.
אונדז האָט אָנגעהױבן װאַרפֿן הענט און פֿיס
פֿון דער פּחד און שרעק פֿון רבינס ניס.

נובמבר 1898 – ראשית 1899

מודעות פרסומת

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s