אַ פֿרײלעכס

ניט גענאַשט פֿון עולם־הזה,
עולם־הבא אױך נאָך גאַנץ –
װאָס־זשע פֿעלט אײַך? – האַנט אױף אַקסל –
און לאָז פֿלאַקערן אַ טאַנץ!
 

זאָל שװינדלען פֿאַר די אױגן
פֿיס און פּיאַטעס הױך און שטאַרק,
פֿונקען זאָל פֿון שטײנער שפּריצן,
אָנצינדן זאָל זיך דער מאַרק!

 
װוּ אַ טראָפּן גאַל פֿאַרבאָרגן,
װוּ אַ װײ און װוּ אַ װוּנד –
אױסגעטאַנצט מוז דאָס הײַנט װערן
ביז מום סוף און ביז צום גרונד!

 
נישט דערעסן, נישט דערשלאָפֿן,
נישט דעראַרט און נישט דערלעבט –
װאָס־זשע זאָרגט איר? – װי די אָדלערס
הױבט זיך פּלוצים אױף און שװעבט!
 

איבער גאַנצע בערג פֿון צרות,
איבער ימים נױט און פּײַן,
טראָגט זיך מיט פֿאַרמאַכטע אױגן –
און זאָל זײַן דאָרט, װאָס ס'זאָל זײַן!
 

אײן מאָל לעבט מען, אײן מאָל שטאַרבט מען,
אײן מאָל קומט מען אָפּ דעם טאַנץ
טאַנצט זשע ברידער! גאָט לכבֿוד
פֿלעכט אַ לעבעדיקן קראַנץ!
נישט קײן טאַטן, נישט קײן מאַמען,
נישט קײן גואל, נישט קײן פֿרײַנט –
װאָס־זשע װאַרט איר – כּל ישׂראל,
אַלע זײַנען ברידער הײַנט!

 

אַלע אַלע אײַנגעשלאָסן
אין אײן גרױסן פֿעסטן רונג,
אײַנגעפֿלאָכטן בערד און לאָקן,
שיל און זאָקן, אַלט און יונג.
 

און אָן אױפֿהער זאָל זיך ציִען
זאָל זיך שלענגלען אײַער ראָד
פֿון דעם הקדש ביזן בית־עולם,
פֿון דעם שול־הױף ביז דער באָד.
 

נישט קײן ברױט און נישט קײן חלה,
נישט קײן פֿלײש און נישט קײן פֿיש
װאָס־זשע זיצט איר? – פֿרײלעך ברידער
כאַפּט אַ טאַנץ אַרום דער טיש!
 

ברײטער ברײטער און צעשפּרײטער
זאָל זיך דרײען אײַער ראָד: –
ברײט װי טײַכן, פֿליסט גאָטס נחת,
העכער הײַזער – גאָטס גענאָד!
 

יאָ, עס רינט פֿון באָרד און פּאות,
יאָ, מען װאָרגט זיך אַזש פֿאַר גליק! –
טאַנצט־זשע, ברידער, האָפּײ, שטאַרקער! –
און דאָס אײגענע צוריק!
 

נישט אײן טראָפּן צו דערקװיקן,
אױסגעטריקנט, װי אַ קװאַל –
װאָס־זשע שמאַכט איר: – נעם דעם בעכער
גיסט אים אָן מיט גרינער גאַל.
 

אױסגעזופּט – און נישט פֿאַרקרימט זיך,
נישט קײן ציטער אין די הענט!
זאָל אַ קרענק דער שׂונא װיסן,
װאָס אין האַרצן בראָט און ברענט.
 

העכער העכער הױבט דעם בעכער,
חי־געלעבט! און חי־געקװעלט!
אױף צעפּוקעניש די שׂונאים,
אױף צו־להכעיס גאָר דער װעלט!
 

נישט קײן אמת, נישט קײן יושר,
נישט קײן רחמים, נישט קײן דין –
נו, איז װאָס? דאָס רעדל דרײט זיך
אָן אַ ציל און אָן אַ זין.
 

כאַפּט־זשע זײַט אין ראָד אַ רעדל,
מישט זיך אױס און דרײט זיך נאָך,
אָפּ פֿון װעג זאָל יעדער גרענעץ,
אָפּ פֿון האַלדז זאָל יעדער יאָך!
 

הפֿקר, הפֿקר, אַלץ איז הפֿקר,
װי ס'איז הפֿקר אונדזער בלוט!
אַ כּפּרה הונדערט װעלטן
פֿאַר אײן שעה פֿון דרײסט און מוט!

1913

מודעות פרסומת

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s