ציון

 

ציון

פֿון ר' יהודה הלוי

בענקסט אױך נאָך דײַנע קינדער, מוטער ציון,
װי זײ, צעזײטע און צעשפּרײטע, בענקען?
װילסט אױך, װי זײ פֿון דיר, אַ ליבן גרוס באַקומען?
דאָ האָסטו אים! אַ גרוס פֿון נאָענטע און װײַטע!
אין האַרצן דורות־לאַנג געװאַרעמט, טראָגט אים
פֿון אַלע עקן װעלט, דורך ימים און מדבריות,
צו דיר אין שױס אײן עלנד קינד דײַנס, אײנער
פֿון די, װאָס זאַפּן אָן, װי טױ דײַן חרמון,
די פֿרעמדע בערג מיט ברענענדיקע טרערן
און שטאַרבן אין דער פֿרעמד פֿאַרליבטע און פֿאַרבענקטע…
מיך ציט צו דיר! … בײַ נאַכט אױף דײַנע חורבֿות
בין איך דײַן נאַכט־אײלע, דײַן יאָמער־ליד,
און חלומט זיך מיר נאָר דײַן מאָרגענשטערן – װער איך
דײַן נאַכטיגאַל, דײַן קלינגענדיקע האַרפֿע …
מיך ציט צו דיר! מײַן האַרץ גײט אױס נאָך יענע ערטער,
װוּ די אָבֿות האָבן זיך באַגעגנט מיט מלאָכים,
װוּ די שכינה האָט גערוט, װוּ דײַן באַשעפֿער
װוּ דײַנע טױערן, די הױליקע געעפֿנט
אַנטקעגן זײַנע הימלישע שערים,
װוּ ניט די הימל־ליכטער: זון, לבֿנה, שטערן –
גאָטס כּבֿוד זעלבסט האָט דיר באַשײַנט מיט גלאַנץ …
איך גאַר, אַז אױסגיסן זאָל זיך זיך מײַן זעלע דאָרטן,
װוּ ס'פֿלעגט אַמאָל גאָטס גײַסט און גאָטס גענאָד זיך גיסן
אױף דײַנע אױסדערװײלטע, מוטער ציון!
װוּ נעמט מען פֿליגל? – שטיקערװײז װאָלט איך מײַן האַרץ
װײַט װײַט צװישן דײַנע בערג פֿאַרטראָגן,
כ'װאָלט צוגעפֿאַלן צו דײַן ערד, כ'װאָלט אױסגעקושט
אין יעדן פֿוס־טריט יעדעס שטײנדעלע באַזונדער,
און אומגעװאַנדערט װאָלט איך טאָג און נאַכט
אַ נאַקעטער, אַ באָרװעסער אױף דײַנע חורבֿות,
כ'װאָלט מיו מײַן שטעקן אװסגעמאָסטן אַלע קבֿרים,
מיט דײַן נשמה־לופֿט זיך אָנגעאָטעמט,
זיך אײַנגעװיקלט אין דײַן זיסן שטױב,
און ביז צום בלינד װערן באַװײנט דײַן חורבן, ציון …
צי קאָן די שײַן פֿאַר מײַנע אױגן זיס זײַן –
אַז שװאַרצע ראָבן פּיקן דײַנע אָדלערס,
צי קאָן מען לעבן אױף דער װעלט און צוזען,
װי גאַס־הינט שלעפּן דײַנע טױטע לײבן …

גענוג, לאָז אָפּ אײן װײַלע, כּוס פֿון טרױער!
מײַן האַרץ איז איבערפֿול מיט דיר פֿאַרביטערט,
כ'האָב אײַנגעזאַפּט אין זיך דײַן שױם מיט דײַנע הײװן …
גענוג! איך װיל אײן חלום זען און שטאַרבן …
כ'װיל זען, אָ גרױסער גאָט נאָר אײן שטראַל ליכט,
נאָר אײן שטראַל ליכט פֿןם יענעם מאָרגענשטערן,
װאָס דאַרף, װאָס מוז אַמאָל נאָך העל און ליכטיק
זיך אָנצינדן אױף ציונס בלױען הימל,
באַנײַען און באַפֿרישן זי מיט יוגנט …
גענוג! אײן זיסן חלום לאָז מיך זען נאָך
און אױסגײן מיט אַ שמײכל אױף די ליפּן.

כתיבת תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s