ערבֿ פֿרילינג

עפּעס אין די לופֿט מעוברת,
און אַ פּנים – מיט אַ צװילינג:
כאַפּט אַ פֿרעסטל – דוכט זיך, װינטער,
 

כ'שטײ אױף פֿרי – דער דאַך געזילבערט
און אַ בעלמע אױף די שױבן;
דאָך אין דרױסן פֿליִען העכער,
צו דעם הימל װײַסע טױבן.

 

און די צעפּלעך אײַז, װי ליכטלעך,
אָנגעצונדן מיט אַ העלן
שטראַל, צעשמעלצן זיך און טריפֿן, –
צי זײ װײנען, צי זײ קװעלן?…

 

מעמט דעם לוח! – װאָס, אַ פֿרילינג?
װײס איך, װאָס ער בעבעט דאָרטן!
ציגן זאָלן אַזױ װיסן
שפּרינגען אין דעם רבינס גאָרטן!

 

מאָל דיך, פֿרילינג איז נאָך ניט,
ס'איז לעת־עתּה ערבֿ פֿרילינג,
און לעת־עתּה בלײַב פֿאַרשפּיליעט –
קענסט נאָך כאַפּן אַ פֿאַרקילונג.

 

אַבער איך – איך הער קײן װעלט נישט,
איך צעשפּיליע די קאַפּאָטע
און איך לױף אױף גאָטס באַראָט
טאַנצן מיט אַ שטראַל אין בלאָטע.

 

מיר געפֿעט דער ערבֿ פֿרילינג
דװקא װי ער שטײט און גײט,
אָנגעטאָן אין שמאַטעס־װאָלקן
מיט אַ גאָלד'נעם שטראַל באַנײט.

 

איך האָב ליב זײַן קאַלטן װינט,
װאָס ער פּאַטשט אין האַלדז און אַקן
װען פֿון פֿאָרנט קושן הלובען
זיסע װינטלעך מײַנע באַקן.

 

מיך אַנטציקט זײַן פּיצל הימל,
װאָס אַנטבלױזט זיך פֿריש און אײדל,
װי דאָס יונדע פֿרומע לײַב
פֿון אַ ײִדיש כּשר מײדל.

 

כ'װער צעשמאָלצן, כ'קװעל פֿאַר תּענוג,
װען אַ ברען, אַ שטראַל אַ פֿײַער
טאַנצט און שפּילט זיך מיט זײַן שאָטן,
און דער שאָטן שפּילט זיך מיט דעם שאָטן,
און דער שאָטן שפּילט מיט פֿײַער…

 

יאָ, כ'האָב ליב זײַן אײדלען שפּילן
פֿון די דינסטע, רײנסטע גאַמען
ליכט און שאָטן… עפּעס אָט דאָס
טױזנט חנען, טױזנט טעמען;

 

עפּעס מינעט זיך די לופֿט,
װי אַ כּלה בײַם אײַננעמען…
טוט אַ שײַן – און װערט פֿאַרשעמט,
שטראַלט – און לאָזט אַראָפּ די ברעמען…
 

אָט װערט ליכטיק, אָט װערט טונקל
און אָט גיסן זיך צוזאַמען
ליכט מיט שאָטן… יאָ, דאָס האָט
טױזנט חנען, טױזנט טעמען…

 

און דער טײַך? – איר הערט זײַן קרעכצן
און זײַן סקריפּען פֿון דער װײַטן?
עפּעס נעצט דאָט, עפּעס פּלאַצט דאָרט,
עפּעס שפּאַרט דאָרט אין די זײַטן

 

עפּעס ודערט זיך דאָרטן אונטן…
באַלד, אָט באַלד װעט זיך באַװײַזן,
װאָס דערשטיקטע קרעפֿטן קענען,
װי די נױט ברעכט אײַז און אײַזן…
 

אַלע שטראָמען שטילע װאַסער
װי מיט אײן געדאַנק און עצה,
װעלן זיך אַ נעם טאָן "ראַזאָם"
און אַ שפּאַר טאָן מיט אײן פּלײצע –

 

"ראַזאָם, ברידער!" – און צעבראָכן
מוז די גראָבע אײַזדעק װערן,
די, װאָס האָט פֿון זײ פֿאַרשטעלט
הימל, זון, לבֿנ, שטערן,

 

און באַפֿרײַטע, ברײטע כװאַליעס
װעלן טרײַבן דורך די בריקן
גאַנצע מחנות שטיקער אײַז –
זי צום שװאַרצן ים פֿאַרשיקן:

 

"גײט צו אַלדע שװאַרצי ימים!" –
און מעבראָכענע אױף פּיצלעך,
װעלן זײ אין װעג באַקומען
קאַלטע פּעטש מיט הײסע שמיצלעך.

 

פּאַטשן – װעלן שטרענגע כװאַליעס,
שמײַסן – װעלן ריטערשטראַלן;
פֿיש אין װאַסער װעלן זינגען,
שטומע שטײנער װעלן שאַלן…

 

און דער טײַך, באַפֿרײַט און גליקלעך,
װעט זיך ברײט און װײַט צעגיסן
און דעם ליבן שײנעם פֿרילינג
מיט אַ שמײכעלע באַגריסן…

פורסם באפריל 1908. נכתב, כנראה ב- 1904 או 1905

כתיבת תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s