מײַן גאָרטן

װילט איר, אפֿשר, זײַן אַ בעלן
אָנקוקן מײַן שײנעם גאָרטן –
זײַט זשע מוחל, קומט אַרױס,
קוקט אים אָן – אָט שטײט ער דאָרטן!
אָן עין־הרע גרױס און רײַך –
כ'זאָג אײַך, אײנער אין דעם שטעטל.
זעט נאָר, װי עס קװעלט אין אים
יעדער בױם און יעדעס בלעטל…
אױסגעצװאָגן פֿון דעם טױ,
פֿון די שטראַלן אױסגעבאָדן,
שטײען בײמער אַלערלײ
מיט די פּירות אָנגעלאָדן.
שװערע עפּל, רױטע עפּל
בײגן צו דער ערד די צװײַגן,
און די באַרן – זעט נאָר באַרן –
הענגען שטיל זיך דאָרט און שװײַגן.

 

שװאַרצע װײַנשל בלינצלען עפּעס
ממזרש, גנבֿהש, װי מיט אױגן…
נו, און פֿלױמען – אָט די פֿלױמען –
מיט אַ בלױען הױך באַצױגן…
הײַנט די פֿערשקעס – אײן מאָל פֿערשקעס!
פּוכלע, העריק, פֿריש און אײדל,
פּונקט װי קײַלעכדיקע בעקלעך
פֿון אַ פֿופֿצן־יעריק מײדל…
יאָ אַ דאַנק זײַן ליבן נאָמען,
כ'האָב אַ רײַכן, שײנעם גאָרטן!
אָן עין־הרע אָנגעפּאַקט
פּירות, פֿרוכט מכּל הסאָרטן.
כ'האַב אים אָט דעם שײנעם גאָרטן,
ס'זאָל אים קײן בײז אױג נישט שאַטן,
ליב דאָס לעבן; שײך ליב? –
כ'זאָג אײַך: עפּעס װי טאַטן…
זומערלעב נאָך מיטאָג. הײנו:
נאָר אַ יױך און נאָך געבראָטנס,
נעם איך און פֿאַרשטעק זיך טיף
און צעלײג זיך דאָרט אין שאָטנס –
ברײטלעך אָט אַ דאָ, למשל,
אונטערן באַרנבױם דעם גרױסן…
מיני פֿײגל אַלערלײ,
שדים װײסן, װי זײ הײסן –
המ… קאַנאַריקלעך, אַ שטײגער,
זינגען, קלינגען, קנאַקן, שאַלן
און דאָס שיט זיך אױף מײַן קאָפּ
מיט געזיפּטע ברעקלעך שטראַלן…
טוט זיך נאָר דער בױם אַ טרײסל –
באַלד צעלױפֿט זיך אױף דעם שאָטן,
גיך װי מײַזלעך, פֿלעקן גאָלד –
און איך װער מיט גאָלד באַשאָטן…
און זײ פּלאָנטען זיך אין באָרד,
און זײ קריכן אין די אױגן,
קיצלען, ראַנגלען זיך – פֿרעגט װאָס?
נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן…
מאַכן חוזק פֿון אַ ײִדן,
כ'װײס נישט, װאָס זײװילן האָבן;
הױדען, גליטשען זיך אױף מיר –
טפֿו, אַ רוח אין זײער באָבען!…
ליגנדיק אַזױ און זען,
װי עס ציטערט יעדעס בלעטל –
דאַכט זיך מיר, איך װיג זיך שטיל
אין אַ גאָלד געפֿלאָכטן בעטל
און פֿאַרקוק זיך גלאַט אַזױ
אױף די פּיצלעך, שטיקלעך הימל…
און עס װעבט זיך אױף די אױגן
זיס און װײך און שטיל אַ דרימל…
װײסט איר: װײך און זיס אַזױ…
עפּעס מעשׂה יצר־הרע… –
יאָ, װאָס זאָגט איר? דאַנקען גאָט –
ס'איז אַ גאָרטן אָן עין־הרע!
טרעפֿט זשע, װאָס איך בין אַ בעלן
טאָן, אַ שטײגער, מיט מײַן גאָרטן? –
באַלד אם־ירצה־שם נאָך תּמוז
נעם איך – רײַס אַרום די פֿרכטן…

 

ראשית, װעל איך אָט די װײַנשל
פֿון דעם בױם מחילה ביטן,
אן װע האַלב מיט בראָנפֿן "שטעלן"
און מיט צוקער האַלב אָנשיטן –
װישניאַק, הײסט דאָס, װי אר װילט –
װילט איר זיסן, װילט איר שטאַרקן…
כאַפּט זשע נישט, איצט לאָמיר נעמען
אָט די פֿערשקעס, װי איר זעט זײ,
באַלד װי נאָר זײ װערן פֿאַרטיק,
פּרעגלט "מײַנע" אײַנגעמאַכטס –
אָבער אײַנגעמאַכטס גרױסאַרטיק!
ס'איז כּדאי אים אָנצוקוקן.
יאָ, איך מעג דאָס אײַך פֿאַרגינען…
פֿון דעם בױמלדיקן סיראָפּ
שײַנען פֿערשקעס, װי בורשטינען…
האָב איך אײַך געזאָגט גרױסאַרטיק –
מעגט איר זיך אױף מיר פֿאַרלאָזן;
"מײַנע", דאַנקען גאָט, פֿאַרשטײט,
װי מען טוט מיט אַפּריקאָסן…

 

נאָך דעם כײט אַ סדרה פֿלױמען…
כאַפּט זשע נישט און לאָזט זיך רײדן –
פֿון די פֿלױמען װערט פּאָװידלע –
און פּאָװידלע – טעם גן־עדן!
צֹײ מעת־לעת גערײט אין אױװן,
אן אַן עמערטאָפּ אַ גרױסן
מיט געװירצן, רײַבט מען נאָך דעם… –
נישט דאָס אַבער בין איך אױסן…
כ'זאָג אײַך: ס'איז אַ מאכל – הײנו:
ברױט, למשל, צו באַשמירן…
איצטער – יעמוד ר' בערל!
באַרן, הײסט דאָס אײַנמאַרנירן…

 

װילט איר פֿון מאַרנירטע באַרן
זײַן, װי זאָגט מען, עכט צופֿרידן –
זאָלט אר טאָן אַזױ װי "מײַנע":
פֿרי'ר דעם עסיק איבערזידן, –
אן פֿאַרשטײט זיך, אַז מיט צוקער,
מיט געֹװירץ און לאָרבער־בלעטער!
נאָר די באַרן גופֿא זאָלט איר
דאָרט אַרײַנלײגן ערשט שפּעטער…
גאַנצערהײט, נאָר אָפּגעשײלטע,
מיט די שטעקלעך אַפֿילו –
און איר מעגט שױן זײַן באַװאָרנט –
ס'װעט נישט צוקערן, חלילה…
אָפּגעטאָן די באַרן זײערס –
הײבט איר אָן די עפּל רײַסן;
און פֿון עפּל האָט איר צימעס,
קוגל, קנישעס צום פֿאַרבײַסן.
מײנט איר אפֿשר דאָס איז גאָר? –
פֿע, אַזױ איז מעשׂה פֿרעסער!…
דװקע פֿון די שענסטע עפּל
שטעל איל עפּלקװאַס דרײַ פֿעסער…
װײסט איר, שבת נאָכן שלאָף
אין אַן אָסיענטאָג, אַ מיאוסן,
װען עס װילט זיך, נאָר מען קען נישט
נישט קײן גענעץ טאָן, נישט ניסן…
און סע גלוסט זיך, נאָר מען װײסט נישט
זיס צי זױערס? עפּעס װײַניקס… –
דעמאָלט איז אַ ביסל קװאַס
מיט אַ קיסליצע – אַ תּענוג!…
דוכט זיך – גאָרנישט, קלײניקײטן –
נאָר די אַלע זיבן זאַכן
װעלן, מי'רצה־שם מײַן שטוב,
זומערדיק און װינטער מאַכן
אין די װינטערנעכט די גרױסע,
קומען גוטע ברידער שמיסן,
מיך מהנה זײַן, דערװײַל
טאַקע עפּעס גוטס געניסן…
זײ אַרומזעצן אַרום טיש,
װעל איך אַ געשרײ טאָן: "פֿאַני"!
– "מײַנע", הײסט דאָס – נו, באַװײַז זיך,
זײַ מכבד די קאָמפּאַני"!
מילא, רעדט מען נישט פֿון טײ,
קיכלעך, קאָרזשעס, פֿלאָדן, טאָרטן
און כּדומה דאָרט געבעקסן –
נאָר דעם – יעמוד מײַן גאָרטן!
און אין אײן מינוט װאַקסט אױס
אױף מײַן טיש אין מיטן װינטער
באַרן, פֿלױמען, פֿערשקעס, װײַנשל –
און סע װערט, װי זאָגט מען, מונטער…
באַרן – מײנט מען אײַנמאַרנירטע:
װײַנשל מײנט מען װישניאַק שװאַרצן;
פֿלמען, פֿערשקעס – הײסט פּאָװידלע
און כּדומה אײַנגעמאַכטסן.
און דער עולם כאַפּט זיך צו –
שטערנס שװיצן, פּיסקעס קנאַקן,
און מען אַרבעט לאַנג, געשמאַק
און מען רײַבט אױף בײדע באַקן.
עפּעס אױך די ליכט די װאַרעם
װערן פֿרײלעכער, געשמאַקער,
און מײַן בליצלאָמפּ, דוכט זיך, ברענט נישט
מיט אַ פֿלאַם, נאָר מיט פֿלאַקער…
אױך די צינגלעך װערן שאַפֿער
און סע בליצט אַ שפּיציק װערטל,
באַלד, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן,
גײט מען איבער צו אַ קערטל…
און פֿאַרטיפֿט מיט זײ אין אײנעם
אין געװינסן און אין שאָדן –
הער איך אײנער, װי סע קלאַפּט מיר
שטילערהײט אַ בױם אין לאָדן:
"בעל־הבית! אױ מיר איז פֿינצטער!
בעל־הבית! אױ מיר איז ביטער!
נאַקעט בין איך, און דער װינט שמײַסט
מיך אַלײן מיט מײַנע ריטער"…
כאַפּט מיך אָן בײַם האַרץ און טו,
מישנדיק דאָס טעשל קאָרטן,
אַ קלײן קרעכצל: "נעבעך, נעבעך,
אַ רחמנות אױף מײַן גאָרטן"!…

 

1903

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s