כ'בין

כ`בין נישט אױף אײַער רוף געגאַנגען,

איך קום צו אײַך מיט זיבן װעגן;

איך פֿאַל אױף אײַך, װי טױ אױך זאַנגען,

און װי אױף טרוקן גראָז דער רעגן.

אומזיסט האָט איר גערױשט, געליאַרעמט

און מיך באַגעגנט מיט געזאַנג:

איך האָב פֿאַר אײַך אַ טױב געװאַרעמט,

און אױסגעפּיקט האָט זיך – אַ שלאַנג.

און זעט: מיך רירט ניט אײַער שאַלן,

און אײַער הילכיקער גערוס

ליגט טױט צו מײַנע פֿיס געפֿאַלן

און איך צעטרעט אים מיט די פֿוס.

פֿון אײַער אױסגעלאָשן אױג

בין איך דער לעצטער שװאַרצער בליץ,

פֿון אײַערע פֿאַרקלעמטע צײן –

דער לעצטער צאָרנדיקסטער קריץ.

און איך רעד – מוזן הימלען שטומען,

די ערד באַװעגט זיך נישט פֿון אָרט;

די שטײנער קײַקלען זיך און קומען

און שלינגען דאָרשטיק גאָטס אַ װאָרט.

כתיבת תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s