כ'װאָלט געװען אַ בעלן װיסן

כ'װאָלט געװען אַ בעלן װיסן,
װי װעט זײַן מײַן טױט?
װעט מיר מײַן נשמה אױסגײן
מיט אַ שװאַרצן קרעכץ,
אָדער איך װעל זי אױסשפּײען
מיט דער ביטערער גאַל?
אפֿשר װעט זי זיך אױסגיסן
אין אַ פּערל־טרער
און װעט ציטערן, שעמרירן,
דורות לאַנג נאָך מיר,
ערגעץ אין אַ פֿרעמדנס האַרצן,
אין אַ פֿרעמדער קרױן?
אפֿשר איז באַשערט איר אױסגײן,
װי אַ שמעטערלינג,
טאַנצנדיק און צאַפּלענדיק,
אַרום אַ חלבֿ־ליכט?
אָדער – װעט זי, מײַן נשמה,
װי דאַס ליכט אַלײן,
צאַנקען, ויקן זיך און שװינדלען
פֿאַר די אױגן לאַנג,
און פֿאַרפֿאַלן װערן פּלוצלינג
אין אַ שװאַרצן תּהום,
װוּ אַרום איר װעט זײַן אױביק
שװאַרץ און טױט, און שטום? …
אָדער ס'איז באַשערט מיר שטאַרבן
לעבעדיקערהײט
אין פּאַפּירענע תּכריכים,
אין אַ ביכער־שאַנק,
װוּ די מײַז, די גרױע, װעלן
גריבלען זיך אין מיר,
און צעשלעפּן מײַנע װײַסע
בײנער אײנציקװײז, –
און אַ לעבעדיקער װעל איך
אױף מײַן קבֿר שטײן
און אַ קדיש־יתום זאָגן
איך – נאָך מיר אַלײן …
אָדער גאָר: מײַן טױט װעט קומען
אין אַ פּראָסט געשטאַלט:
אין אַ װינטער־נאַכט אַ בײזע,
ערגעץ בײַ אַ פּלױט,
װעל איך, הונגעריק, פֿאַרפֿרױרן,
אױסגײן, װי אַ הונט
און דער שנײ װעט מיך פֿאַרשיטן, –
און מײַן לעצטן קריץ
מיט מײַן קללה װעט צעבלאָזן
װײַט דער בײזער װינט …

פברואר 1904

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s