ים־לידער

(נאָך ר' יהודה הלוי)
כ'האָב פֿאַרגעסן אַלע ליבסטע,
כ'האָב פֿאַרלאָזט מײַן אײגן הױז;
כ'האָב דעם ים זיך אָפּגעגעבן:
טראָג מיך, ים, צום מוטערס שױס!

און דו, מערבֿ־װינט געטרײַער,
טרײַב מײַן שיף צו יענעם ברעג,
װאָס מײַן האַרץ מיט אָדלער־פֿליגל
זוכט שױן לאַנג צו אים אַ װעג.

ברענג מיך נאָך אַהין בשלום, –
נאָכדעם פֿלי זיך דיר צוריק,
גריסן זאָלסטו אַלע ליבסטע
און דערצײל זײ פֿון מײַן גליק.

II

אָנגעברוגזט האָט דער ים זיך
און געקנײטשט זיך און געקרומט –
פּלוצים האָט ער זיך צעבײזערט
און ער װיגט זיך שױן און ברומט.

און אָט לױפֿן שױן אַנטקעגן
װילד און בײז מיט װײַסן שױם,
כװאַליעס־לײבן, כװאַליעס־שלאַנגען,
אױסגעװאַקסן פֿון דעם תּהום.

אָט האָט זיך אַ טאָל געעפֿנט,
אָט שטײט אױף אַ הױכער באַרג –
פֿלאַטער, זעגל! בױג זיך, מאַסטבױם!
דו, מײַן האַרץ, בלײַבסט פֿעסט און שטאַרק.

האָסט אַ גרױסן גאָט אין הימל,
ימים שפּאַלט ער מיט זײַן האַנט;
אױף זײַן פֿליגל מיט זײַן שטורעם
טראָגט ער דיך צום ליבן לאַנד.

III

מיט דער לבֿנה־שײַן פֿאַרזילבערט,
װײַט רינצלט זיך דער װאַסער־שפּיגל;
פֿאַרשפּרײט האָט זיך אױף אונדז די נאַכט
מיט איר בלױ־סאַמעטענעם פֿליגל.

ס'איז נישט קײן נאַכט – ס'אַ מלכּת־שבֿא!
געהילט אין בלױ, מיט גאָלד באַפֿליטערט,
שטיל אָטעמט זי, און אױף איר ברוסט
שעמערירט דאָס גאָלד, שעמערירט און ציטערט.

װי שאָף צעשפּרײט, די קלײנע כװאַליעס
שטיל ליגן זײ אין לײַכטן דרימל.
סע ציטערן אין ים די שטערן –
װער איז דאָ ים און װער איז הימל?

צװײ ימען שלאָפֿן דאָ צוזאַמען
צונױפֿגעלײגט, װי גלײַכע ברידער;
אײן דריטער ים אין מיטן שלאָפֿט נישט:
מײַן האַרץ מיט זײַנע נײַע לידער

1908

מודעות פרסומת

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s