עס האָט מיך פֿאַרפּלאָנטערט

עס האָט מיך פֿאַרפּלאָנטערט מיט גרינס און מיט בלומען,
װוּ באַבאָטשקעס צאַפּלען אין נעצן פֿון שטראַלן,
װוּ ס'ציטערט די לופֿט פֿון דעם גרילצן און זשומען –
און איך בין פֿאַרכּישופֿט צו דר'ערד צוגעפֿאַלן.

 

ס'איז הײס, ס'איז שײן, ס'איז גוט! – אַפֿילו
די האַלב דערװאָרגענע געפֿילן –
זײ װילן אױך די זון דערלאַנגען,
און צאַפּלען װײכע, גרינגע, שטילע,
און שטעקן קעפּלעך, װי די שלאַנגען,
זיך ציִענדיק אַלץ העכער, העכער
מיט האַלבן גוף פֿון שװאַרצע לעכער,
דאָס האָט אױף מיר אַ קוק געטאָן
גאָטס מילדע זון.

 

ס'איז הײס, ס'איז גוט! גאָטס װעלטל גלאַנצט,
אין טיפֿן גראָז – דאָרט שמוצערט, טאַנצט.
דער סטעפּ – מיט בלימעלעך געצירט,
װאָס גאָט אַלײן האָט זײ געפֿלאַנצט,
פֿאַרשפּרײט זיך װײַט און גײט אַװעק
גאָר אָן אָנהײב, אָן אַן עק.
און אײנזאַם דאָ צעװישן גראָז
שפּיר איך אין מיר אַ גאַנצע װעלט –
דאָס האָט געטאָן אױף מיר אַ בלאָז
מיט פֿרײַען פֿעלד.
 

ס'איז שאַ, ס'איז שטיל … אָט דאָ געשװינד
איז דורכגעפֿלױגן, װי אַ פֿײַל,
אַזױנס, װאָס האָט געשמעקט מיט קינד
און ליגט שױן װײַט פֿאַר טױזנט מײַל.
דאָס האָט געטאָן אַ גלאַנץ, אַ בליץ,
און גלײַך אין אױג דערלאַנגט אַ שפּריץ
מיט טראָפּנס טױ פֿון זיסן גליק,
פֿון יונגן גליק, װאָס װערט נישט אַלט, –
דאָס האָט אױף מיר געטאָן אַ בליק
דער גרינער װאַלד.

אוגוסט 1901

מודעות פרסומת

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s