גלוסט זיך מיר װײנען געשמאַקער פֿון האַרצן

גלוסט זיך מיר װײנען געשמאַקער פֿון האַרצן,

ציט מיך, װי כמאַרעס, צום ים, צו דעם שװאַרצן,
טיפֿער צו אײַך, מײַנע עלנטע ברידער.
כ`װײס אױך: אַ טרער פֿון מײַן אײגענער מאַמען
עקבערט דעם תּהום דאָרט אין אײַערע ימען,
בענקט אפֿשר שטילרהײט נאָך מײַנע לידער.
כ`װײס איר האָט טרערן נאָך ניט אױסגעװײנטע,
צרות דערצײלטע און נאָך מער געמײנטע,
װאָס װי פֿאַרשטיקטע, פֿאַרבאָרגענע קװאַלן
לעכערן שטײנער און רײַסן אײַן קבֿרים,
שלענגלען זיך, בלאָנדזשען אין דר`ערד, װי אַ װאָרים –
און װערן אין דר`ערד דאָרט פֿאַרפֿאַלן.
דורכשלאָגן זאָלן זיך אײַערע טרערן!
גרינגער זאָל װערן און פֿרײַער זאָל װערן! –
אפֿשר, װער װײסט, װעט נאָך גאָט אַמאָל געבן:
איבערגײן װעלן די פֿינצטערע צײַטן,
אױך אונדז װעט אפֿשר געראָטן, װי לײַטן,
בעסערס און שענערס דערלעבן.
און פֿאַר אַ זכר פֿון הײַנטיקע כמאַרעס
װעט אײַך פֿאַרבלײַבן אַ נײַער "על נהרות",
װאָס ער װעט הימל און ערד איבערקערן.
גליקלעך איז דער און געבענטשט זאָל דער װערן,
װאָס װעט פֿאַראײביקן אײַערע טרערן
הײליק, צװײ-טױזנט-יעריקע טרערן.

סוף 1902

מודעות פרסומת

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s