אױף דעם הױכן באַרג

אױף דעם הױכן באַרג…
אױף דעם גרינעם גראָז
אױף דעם קינדװײַז שטום
אָפּגעטרױמט מײַן גליק…
װאָס האָב איך געװאָלט –
כ'װײס אַלײן ניט װאָס, –
כ'װײס נאָר, אַז עס קומט
קײן מאָל מער צוריק…

אפֿשר װײסט דער װינט
און דער זונענשטראַל,
װאָס האָט מיר געשפּריצט
אין די אױגן גאָלד,
און דער טיפֿער טאָל
און דער רײנער קװאַל –
װאָס מײַן קינדערש האַרץ
האָט זיך זױ געװאָלט…

אױף דעם הױכן באַרג,
דאָרטן אױס דער שטאָט
אױף דעם גרינעם גראָז
האָב איך זיך דערפֿילט…
כ'האָב דאָרט שטילערהײט
זיך געזען מיט גאָט,
און מלאכים האָבן
זיך מיט מיר געשפּילט.

פֿרײטאָג – זומערלעב –
קױם דערלעבט די שעה!
פֿרײַ פֿון חדר־יאָך,
װערט די לופֿט מיר קאַרג:
װער מיר מהר"ם־שיף!
װאָס מיר מהרש"א!
גיך אַװעק אַהין –
אױף דעם הױכן באַרג!…

דאָרטן עפֿנט זיך
גאָר אַ נײַע װעלט,
אַלעס באָדט זיך דאָרט
אין אַ ים פֿון ליכט.
פֿון איר פֿוטערפֿאַס
קוקט די זון און קװעלט,
װי דאָס גרעזל װאַקסט,
װי דער װאָרעם קריכט.

גאַנצע װעלטן גײַסט
גיסט איר מיר אַרײַן
יעדער זונענשטראַל;
מיט דעם פֿולן מױל
טרינק איך לופֿט און שײַן,
און אין האַרצן טיף
עפֿנט זיך אַ קװאַל ––

אױ, אַהין, אַהין…
ערגעץ װײַט, גאַנץ װײַט… –
האָט מײַן קינדערש האַרץ
שטומערהײט געגלוסט
און אַזױ געבענקט…
װוּ? אין װאָסער זײַט
שטעקט דאָרט מײַן "אַהין"? –
האָב איך ניט געװוּסט,
נאָר די שװעלבעלעך
האָבן יאָ געװוּסט,
און אױף פֿײגעלשפּראַך,
פֿליִענדיק פֿאַרבײַ,
האָבן כאַפּנדיק
מיך פֿון דאָרט געגריסט
און אַװעקגעשװעבט
פֿרײלעך, פֿראַנק און פֿרײַ.

אױף דעם הױכן באַרג,
אױף דעם גרינעם גראָז
האָב איך קינדװײַז שטום
אָפּגעטרױמט מײַן גליק…
װאָס איז דאָס געװען? –
כ'װײס אַלײן ניט װאָס,
כ'װײס נאָר, אַז עס קומט
קײן מאָל ניט צוריק…

אמצע 1899

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s