בענקסט אױך נאָך דײַנע קינדער

פֿון ר' יהודה הלוי

 

בענקסט אױך נאָך דײַנע קינדער, מוטער ציון,
װי זײ, צעזײטע און צעשפּרײטע, בענקען?
װילסט אױך, װי זײ פֿון דיר, אַ ליבן גרוס באַקומען?
דאָ האָסטו אים! אַ גרוס פֿון נאָענטע און װײַטע!
אין האַרצן דורות־לאַנג געװאַרעמט, טראָגט אים
פֿון אַלע עקן װעלט, דורך ימים און מדבריות,
צו דיר אין שױס אַן עלנט קינד דײַנס, אײנער
פֿון די, װאָס זאַפּן אָן, װי טױ דײַן חרמון,
די פֿרעמדע בערג מיט ברענענדיקע טרערן
און שטאַרבן אין דער פֿרעמד פֿאַרליבטע און פֿאַרבענקטע…
מיך ציט צו דיר!… בײַ נאַכט אױף דײַנע חורבֿות
בין איך דײַן נאַכט־אײַלע, דײַן יאָמערליד,
און חלומט זיך מיר נאָר דײַן מאָרגן־שטערן – װער איך
דײַן נאַכטיגאַל, דײַן קלינגענדיקע האַרפֿע…
מיך ציט צו דיר! מײַן האַרץ גײט אױס נאָך יענע ערטער,
װוּ די אָבֿות האָבן זיך באַגעגנט מיט מלאכים,
װוּ די שכינה האָט גערוט, װוּ דײַן באַשעפֿער
האָט דײַנע טױערן, די הײליקע געעפֿנט
אַנטקעגן זײַנע הימלישע שערים,
װוּ ניט די הימל־ליכטער: זון, לבֿנה, שטערן –
גאָטס ערע זעלבסט האָט דיר באַשײַנט מיט גלאַנץ…
איך גאַר, אַז אױסגיסן זאָל זיך מײַן זעלע דאָרטן,
װוּ ס'פֿלעגט אַ מאָלגאָטס גײַסט און גאָטס גענאָד זיך גיסן
אױף דײַנע אױסדערװײלטע, מוטער ציון!
װוּ נעמט מען פֿליגל? שטיקערװײַז װאָלט איך מאַן האַרץ
װײַט, װײַט צעװישן דײַנע בערג פֿאַרטראָגן,
כ'װאָלט צוגעפֿאַלן צו דײַן ערד, כ'װאָלט אױסגעקושט
איר יעדן פֿוסטריט, יעדעס שטײנדעלע באַזונדער,
און אומגעװאַנדערט װאָלט איך טאָג און נאַכט
אַ נאַקעטער, אַ באָרװעסער אױף דײַנע חורבֿות,
כ'װאָלט מיט מײַן שטעקן אױסגעמאָסטן אַלע קבֿרים,
מיט דײַן נשמה־לופֿט זיך אָנגעאָטעמט,
זיך אײַנגעװיקלט אין דײַן זיסן שטױב,
און ביז צום בלינד װערן באַװײנט דײַן חורבן, ציון…
צי קען די שײַן פֿאַר מײַנע אױגן דיס זײַן –
אַז שװאַרצע ראָבן פּיקן דײַנע אָדלערס,
צי קען מען לעבן אױף דער װעלט און צוזען,
װי גאַסהינט שלעפּן דײַנע טױטע לײבן…
גענוג, לאָז אָפּ אײן װײַלע, כּוס פֿון טרױער!
מײַן האַרץ איז איבערפֿול מיט דײַנע הײװן…
גענוג! איך װיל אײן חלום זען און שטאַרבן…
כ'װיל זען, אָ, גרױסער גאָט, נאָר אײן שטראַל ליכט,
נאָר אײן שטראַל ליכט פֿון יענעם מאָרגן־שטערן,
װאָס דאַרף, װאָס מוז אַ מאָל נאָך העל און ליכטיק
זיך אָנצינדן אױף ציונס בלױען הימל,
באַנײַען און באַפֿרישן זי מיט יוגנט…
גענוג, אײן זיסן חלום לאָז מיך זען נאָך
און אױסגײן מיט אַ שמײכל אױף די ליפּן

תרגום חופשי מקוצר של ציון הלא תשאלי של ר' יהודה הלוי.
נדפס לראשונה ב- 13 במרץ 1908

מודעות פרסומת

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s