נאָך אײן יאָרהונדערט

(צום 1900טן יאָר)

 

די װעלט באַגלײטעט יאָרן הונדערטער
און ער, פֿאַרפֿרעמדטער, אָפּגעזונדערטער,
קױם שלעפּט זיך נאָך;
פֿון אײן יאָרהונדערט ביז דעם אַנדערן
פֿאַרקריכט ער טיפֿער אין זײַן װאַנדערן
און שװערער װערט זײַן יאָך …

 
און שװערער װערט זײַן װעג און זומפּיקער,
דער װײטיק װערט פֿאַרעלטערט שטומפּיקער,
און װײַטער רוקט זיך אָפּ זײַן ציל…
פֿון טאָג צו טאָג װערט אַלץ פֿאַרדאָרבענער,
פֿאַרשװעכטער, שטומער, אָפּגעשטאַרבענער
אין האַרצן מער מיט אײן געפֿיל.

 
זײַן װעג פֿאַרשטעלן װענט און מױערן,
ער קלאַפּט פֿאַרשלאָסן טירן טױערן
און שטום און טױב איז דאָרט;
װער װײסט װי לאַנג סע װעט געדױערן,
ביז זײַן שװאַך קול װעט זײ דורכבױערן,
בײַ עמעצן געפֿינען אױערן
און אָפּזוכן אַן אָרט.

 
און אפֿשר גאָר אומזיסט געמוטשעט זיך,
אומזיסט געלעבט, די פֿיס קאַליטשעט זיך
אױף זײַן דערנערװעג?
און קײן מאָל װעט ניט װערן שיטערער
די װאָלקנדעק… אױ, גלות ביטערער,
ים־צרות אָן אַ ברעג!…

 
התפרסם באוגוסט 1899

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s